די ערשטע חסידישע בלאגס
ארכיוו פון קליינע חסידישע אידישע בלאגס, 2002–2015
זוך אין אלע ארכיוון

פארוואס איך בין א פרוי

בטלנות · 24 אויגוסט 2004, 06:27 · בטלנות
פון דער וועיבעק־מאשין (archive.org), קאפיע פון 2023.

סנבלט פרעגט מיך א גיטע פראגע פארוואס איך בין א פרוי איך פארשטיי ניש פינקטלעך וואס איז עם שווער וואס קען איך טין אז איך בין געבורען אנדערש ווי מענער מיט אנדערע נאטירען אנדערע אויסזען אין בכלל אנדערש בעקיצער אנדערש עפשער מיינט ער צי זאגען אז סבעסער צי זיין א מאן אבער איך בין ניש אזוי זעכער אז ער איז גערעכט מענער האבען סאך מער זאכען וואס זיי מיזען אוספירען זיי מיזען פארשאפען געלט אין אפילי איך בין היינט דער וואס ארבעט ווייל מיין לאוולי מאן איז בעסער צי זיצען אין טרינקען קאפי אין כולל אבער איך ווייס אז דעס איז נארמאל די ערשטע פאר יאר אין נאכדעם וואס איך וועל אים ברענגען א בעבי וועל איך שוין מיזען וואטשען אינדערהיים אין עם געבען צי עסען אין אלעס וואס סעפעלט אויס אויך ווייס איך אז מענער האבען סאך מער די פראבלעם פין סעקס ווייל איך ווייס וויפיל מענער האבען ליב צי קיקען אויף מיר אין איך בין גאנץ ווייניג אינטערעסירט אין זיי די וועב סייטס זענען אלע פיל פין פרויען אין מענער סייטס איז ניש דא זעט אויס אז מענער לופען מער נאך פרויען איך ווייס אסאך מענער מיט וועם איך דיל אויב וואלט איך זיי נאר געגעבען א רעמעז וואלטען זיי ניש געוויסט וואס צי טין פאר שימחע אבער איך וויל דאס ניש טין כאטש איך האב עס אויך ליב אבער מעג מען דען עניוועיס אזוי האט מען מיך באשאפען אין איך מיין אז איך דארף מיך פרייען אין לאמיך גיין צי די ארבעט אויב וועל איך האבען צייט וועל איך ווייטער שרייבען

1 תגובות

By אחר , · 24 באוגוסט 2004 בשעה 12:36

די זעהסט ווי ישראבלאג ארבעט נישט היינט און אונזער בלאגער יא? ווען זיי ארבעטען שוין יא איז עס פינף מאל שטייטער פון בלאגער

→ מעטאר ניש לאזען ליידיג א בלאגסנבלט האט פרישע קריטיקס ←